Denna webbplats använder teknik som troligen inte stöds i din webbläsare, därför kan vissa saker se konstiga ut eller inte fungera. Vi rekommenderar att du byter till en modern webbläsare istället.
Gå direkt till huvudinnehållet

Start Jiddish

(VGR) דער אַרבעט פֿון דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן געזונט־סעקטאָרעקאָנאָמישן װוּקס און אַנטװיקלונג און אויך דער עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט־סיסטעם אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד.

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן אַרבעט צו געבן די אײַנװױנערס פֿון מערבֿ־גיעטאַלאַנד צוטריט צו אַ גוטער געזונט־סיסטעםדאָס הײסט למשל גוטע שפּיטאָלןקליניקעס און דענטיסטן.

מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם װאָס עס זאָל זײַן דאָ עפֿנטלעכע טראַנספּאָרטן אין גאָר דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנד און מיר פֿירן אָן מערבֿ־טראַפֿיק (Västtrafik), אַ פֿירמע װאָס פֿאַרזיכערט זיך אַז דו קענסט פֿאַרן מיט באַןאויטאָבוסטראָלײבוס און שיפֿל.

עס זאָל זײַן פֿאַראַן מוזיקטעאַטערטאַנץפֿילםקונסטהיסטאָריע און אַנדערע מינים קולטור אומאָפּהענגיק פֿון װוּ דו װױנסטדערפֿאַרשטיצט דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן אונטער דאָס רײַאָניקע קולטור־לעבןמיר פֿירן אָן אַ סך פֿאַרשײדענע קולטור־פּראָיעקטןלמשלדעם גיעטעבורגער באָטאַנישן גאָרטןדעם מערבֿדיקן ראַיאָן־טעאַטער און דעם װיטליקער מוזײ.

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן זאָלן אויך אַנטװיקלען מערבֿ־גיעטאַלאַנד דורך פֿאַרזיכערן זיך אַז עס זײַנען דאָ אויסבילדונגעןאַרבעטן און אַ גוטע פֿרײַצײַט.

דורך אונדזער אַרבעט פֿאַר דער נאַטור־סבֿיבֿה װילן מיר שאַפֿן אַ בעסערע נאַטור־סבֿיבֿה און אַ בעסער געזונט – פֿאַר אונדז און קומענדיקע דורות.

אַרבעט בײַ אונדז

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן איז דער גרעסטער אַרבעט־געבער אין שװעדןברך 53000 מענטשן אַרבעטן דאָװילסטו אויך אַרבעטן דאָ?

לײען װײַטער װעגן װי מע שיקט אַרײַן אַן אַפּליקאַציע דאָפֿאַרבינדונג צום אַרבעט־זײַטל

גרינדן און אָנפֿירן אַ פֿירמע

מיר שטיצן אויך אונטער פֿירמעס און פֿאָרשערס און שאַפֿן אַזוי אַרבעטן אין מערבֿ־גיעטאַלאַנדדאָ איז פֿאַראַן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן די שטיצן מע קען קריגן כּדי צו גרינדן און אָנפֿירן אַ פֿירמע

קאַנעקשאַן צו רעגיאָנאַל אַנטוויקלונג

 

אינפֿאָרמאַציע אויף נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען שפּראַכן װעלכע מע האָט שוין לאַנג גערעדט אין שװעדן און צוליב דעם האָבן זײ אַ ספּעציעלע פּאָזיציעפֿינישסאַמישמיענקיעליראָמיש און ייִדיששװעדישע שטום־לשון האָט גלײַכמאָסיקע שפּראַכיקע נײטיקײטן און רעכט.

ביסטו אַ טײל פֿון אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט האָסטו דאָס רעכט צו ניצן דײַן שפּראַך אין פֿאַרבינדונג מיט די מאַכטאָרגאַנעןדאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַנע שפּראַכיקע רעכט און װאָס דו קענסט פֿאָדערן פֿונעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן (Västra Götalandsregionen) און אַונדערע מאַכטאָרגאַנען.

דעם 1טן יאַנואַר איז געקומען אַ געזעץ װעגן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און זײערע מינאָריטעט־שפּראַכן. דאָס געזעץ דערקלערט אַז מע מוז באַשיצן און אונטערשטיצן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן און אַז די מאַכטאָרגאַנען זאָלן צוהערן צו די מינאָריטעטן און געבן אַכטונג זײערע באַדאַרפֿענישןאַלע מאַכטאָרגאַנען מוזן אינפֿאָרמירן שװעדישע מינאָריטעטן װעגן זײערע רעכט.

עס איז אַ געזעציקע שולדיקײט פֿאַר מאַכטאָרגאַנען צו צוגעבן גרונטיקע אינפֿאָרמאַציע אויף די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.

 פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿאַר פֿיניש

דער מאַכטאָרגאַן זאָל באַזאָרגן מיט װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע און געזעלשאַפֿטלעכער באַדינונג אויף פֿינישמיענקיעלי און סאַמיש צו נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין די פֿאַרװאַלטונג־שטחיםװוינסטו אין אַ קאָמונע אין אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח האָסטו דאָס רעכט צו קאָמוניקירן מיטן מאַכטאָרגאַן אויף דײַן שפּראַךמע זאָל קענען דיר ענטפֿערן אי רעדנדיק אי שריפֿטלעך אויף דער דאָזיקער שפּראַךדי שפּראַך פֿונעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן איז פֿיניש.

דאָ קענסטו לײענען װײַטער װעגן די רעכט צו קריגן אינפֿאָרמאַציע אויף די מינאָריטעט־שפּראַכן

www.sprakochfolkminnen.se/sprak/sprakpolitik/minoritetslagen/din-ratt-att-nvanda-nationella-minoritetssprak.html

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן אַראָנזשירט כּסדר מיטינגען פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.

קאָנטאַקט־פּאַרשוין יעספּער סװענסאָןאָפּטײל פֿאַר מענטשן־רעכט.

דער מערבֿ-גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן האָטלויט אַ פּאָליטישן באַשלוסאַ האַנדלונג־פּלאַן פֿאַר מענטשן־רעכט װאָס למשל האַנדלט זיך װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.

דאָ איז פֿאַראַן װײַטער אינפֿאֳָרמאַציע װעגן דעם פּלאַן „פֿאַר יעדן מענטש”.